וואשינגטאן. – א כינעזער סטודענט אין ווירדזשיניע, איז שיער געשטארבן נאכ'ן אויסטרינקען א גאנצן פלעשל "סאי סאוס", דאס הייסט א קווארט פון דעם זאלציגן עסנווארג וואס מען נוצט אלס צוגאב צו עסנווארג. די געשיכטע האט פאסירט ווען דער 19 יעריגער סטודענט, זעטא פסי, האט עס געטאן אלס א קונץ, כדי צו שטאלצירן פאר זיינע פריינט, און ער איז אריינגעפאלן אין א קאומא. סאי סאוס האט אסאך זאלץ, און ער איז געווארן אין א קריטישן צושטאנד צוליב זיך איבערלאדענען מיט זאלץ. דער צושטאנד פון צופיל זאלץ אין בלוט רופט זיך הייפער-נאטרימיע, די מאס זאלץ וואס דער פאציענט האט געהאט אינעם קערפער איז געווען אויף אזא הויכן שטאפל, וואס מען האט נאך קיינמאל נישט רעקארדירט ביי קיין לעבעדיגן מענטש.

בילד: לעבנס-געפאר צוליב... סאי-סאוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל