פערו – א רעקלאמע אגענטור האט אהערגעשטעלט די וועלט'ס ערשטע בילבאורד וואס ערצייגט טרינק-וואסער פון מדבר לופט אין פערו. דער בילבאורד, וועלכע איז א שותפות צווישן די מאיא רעקלאמע אגענטור אין פערו און פערו'ס אוניווערסיטעט אוו אינדזשענירונג, געפינט זיך אין לימא, די הויפטשטאט פון פערו, וועלכע געפינט זיך אין א מדבר קלימאט און באקומט גאר ווייניג רעגן. לימא באקומט ווייניגער ווי אן אינטש רעגן יערליך, אבער די יומידיטי אין דער סיטי איז איבער 98 פראצענט. די בילבאורד פארמאגט א פשוט'ן "דיומידיפייער" מאשינקע, וואס שלעפט ארויס די פייכטקייט פון דער לופט און ערצייגט דערפון וואסער. דאס וואסער ווערט אריינגעשטעלט אין עטליכע טאנקען וואס שטייען ביי דער באזע פונעם בילבאורד, און מענטשן קענען נעמען א טרינק-וואסער דורך עפענען די קראנען. דער בילבאורד קען ערצייגן 9,450 ליטער טרינק-וואסער אין דריי מאנאטן, גענוג פאר הונדערטער פאמיליעס אין פערו.

בילד: בילבאורד ערצייגט טרינק-וואסער פון לופט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל