וואשינגטאן – פארשער זענען אויפגעקומען מיט א טעאריע, אז ערדציטערנישן ערצייגן גאלד אונטער דער ערד. זיי זאגן אז ווען ס'פאסירט אן ערדציטערניש עפנט זיך שפאלטענס טיף אין דער ערד וואס דארטן געפינען זיך די הייסע צעלאזטע ערד פון וועלכן ס'ווערט פארמירט גאלד. דאס באדייט אז אנשטאט זיין באזארגט איבער ערדציטערנישן, האט דאס אפשר א שטיקל מעלה ווייל זיי ערצייגן גאלד. די פארשער זאגן אז ס'פאסירט ביי זעקס מייל אונטערערדיש, וואס דארטן איז די אונטערערדישע וואסערן אונטער הויכע טעמפעראטורן און פרעשור, און ווען די ערדציטערנישן פאסירן שפריצט ארויס פון אונטערערדיש הויכע קאנצענטראציעס פון קארבאן דיאקסייד, סיליקא און טייערע מעטאלן צב"ש גאלד. דאס זעט מען קלאר אז גאלד ווערט אפט געפונען אינאיינעם מיט קווארטז, און קווארטז ווערן ערצייגט פון סיליקא, אן עלעמענט וואס געפינט זיך אין זאמד. אין קאליפארניע און אין אלאסקא, וואו מען האט געפונען גאלד אין פארשידענע טייכן און ביי זייערע ברעגעס ביי די בארימטע גאלד-געיעגן, האט מען נאכגעפאלגט די שפורן פון די גאלד און געפונען אז זיי שטאמען פון קווארטז מאטעריאלן הויך אויף די בערג נעבן די טייכן.

בילד: ערדציטערנישן ברענגען גאלד פאר דער וועלט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל