מאסעטשוסעטס – א 106 יעריגע פרוי האט ענדליך באקומען איר הויך שולע דיפלאם, נאכדעם וואס זי האט עס נישט באקומען אלס קינד ביים שטודירן אינעם מאונט ווערנאן סקול דיסטריקט אין פענסילוועניע. דאס מיינט אז טעכניש איז די דראפ-אוט ראטע פון אמעריקע עטוואס געפאלן. (דראפ-אוט מיינט די וואס פאלן ארויס פון הויך-שולע איידער גראדואירן), די פראגע איז נאר צי מ'רעכענט דאס צום יאר 925' אדער צו איצטיגן קאלענדער יאר. עס האט פאסירט אין 925' ווען די פרוי, רעבא וויליאמס, האט געענדיגט אלע 12 גרעידס אינעם מאונט ווערנאן סקול, אבער האט קיינמאל נישט באקומען איר דיפלאמע. עס איז נישט געווען קיין ביוראקראטישער גרייז, נאר עס האט פאסירט ווייל זי האט זיך אנטזאגט דורכצולייענען א בוך וואס די טיטשער האט איר געגעבן אלס אסיינמענט. זי איז ארויסגעהאלפן געווארן נאכדעם וואס א לאקאלע צייטונג האט לכבוד איר הויכן עלטער באשריבן איר ביאגראפיע, און האט צוגעלייגט דעם פאקט אז זי האט קיינמאל נישט גראדואירט פונעם סקול, וואס האט געברענגט א טומל, און די סקול פירער האבן באשלאסן איר צו ערלויבן צו גראדואירן און צו באקומען איר דיפלאם.


בילד: באקומען הויך-שולע דיפלאם ביי 106 יאר אלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל