טעקסאס – א מאן וועלכער האט געליטן א הארץ אטאקע ביים רייזן אויף א קאנטינענטאל עירליינס עראפלאן, האט אנגעקלאגט די לופטליניע פאר'ן נישט לאנדן מיט'ן עראפלאן בשעת ער האט געליטן די הארץ אטאקע, נאר אנשטאט, ווייטער פארגעזעצט די רייזע. די געשיכטע האט פאסירט אין אפריל, ווען דער פארשוין טאמעס בינטז, איז געזעסן אויף א קאנטינענטאל עירליינס פלי רייזע פון ווענקאווער, קאנאדא, קיין יוסטאן, טעקסאס, און א שעה נאכ'ן זיך הייבן האט ער אנגעהויבן ליידן שווערע ברוסטקאסטן ווייטאגן און אנדערע הארץ אטאקע סימפטאמען. א נוירס אויפ'ן עראפלאן, וועלכע האט אים באהאנדלט פראוויזאריש, האט באשטטעיגט אז ער ליידט פון א הארץ אטאקע און זי האט פארלאנגט אז דער עראפלאן זאל זאפארט לאנדן. אנשטאט האבן די פילאטן אנגעפרעגט די לופטליניע, וועלכע האט געהייסן פארזעצן די רייזע, און דער עראפלאן האט געלאנדעט ערשט א שעה שפעטער אין יוסטאן, טעקסאס.

בילד: הארץ אטאקע ליידנדער קלאגט אן לופטליניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל