וואשינגטאן – פרייטאג האט טראמפ געוואונען א פארצויגענעם קאמף איבער קאנטראל אויף די פעדעראלע "קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא". די ביורא איז געפירט געווארן ביז פאריגן נאוועמבער דורך ריטשארד קארדרעי, אבער ער האט רעזיגנירט און נאמינירט זיין דעפיוטי ליענדרא ענגליש אים איבערצונעמען. האט טראמפ דאן געזאגט אז קארדרעי האט נישט רעכט צו שטעלן אן ערזאץ, און טראמפ האט דאן גענומען מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער פירער פון דער ביורא.

ענגליש האט דעריבער געקלאגט די טראמפ אדמיניסטראציע אין געריכט, און דער קאמף האט זיך געצויגן ביז יעצט, ווען ענגליש האט באשלאסן אויפצוגעבן איר געריכטליכן קאמף, און זי האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע אין דער ביורא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל