וואשינגטאן – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט לטובת פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט די לעגאלע מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר פאר די קאנסומער פינאנציעלע שוץ ביורא. ווי שוין באריכטעט אין די לעצטע פאר טעג, האט זיך געטאן א געפעכט איבער ווער עס האט די מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר, צי איז עס דער דירעקטאר וועלכער האט רעזיגנירט מיט עטליכע טעג צוריק און געשטעלט זיין דעפיוטי ליענדרא ענגליש, אדער פרעזידענט טראמפ וועלכער האט געשטעלט מיק מולוועיני. ענגליש האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט, מיט דער טענה אז טראמפ האט נישט די מאכט צו שטעלן מולוועיני און דעריבער איז זי, ענגליש, די צייטווייליגע דירעקטארין, אבער למעשה האט דער פעדעראלער ריכטער טימאטי קעלי נעכטן געזאגט אז דער פרעזידענט האט די לעגאלע מאכט צו שטעלן א צייטווייליגן דירעקטאר, וואס באדייט אז ענגליש מוז אפטרעטן.

בילד: טראמפ זיגט איבער פינאנץ ביורא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל