וואשינגטאן – מען שטייט עטליכע וואכן איידער א "שאטדאון" פון דער פעדעראלע רעגירונג וועט מעגליך אריינגיין אין אפעקט, און מען קריגט זיך שוין איבער וועמענ'ס שולד עס וועט זיין. די פעדעראלע רעגירונג וועט אויסלויפן פון געלט ענדע דעצעמבער, און אויב דער סענאט וועט נישט באשטעטיגן א פרישן בודזשעט ביל, וועט פאסירן א שאטדאון, און דעריבער האבן נעכטן זיך געזאלט צוזאמזעצן פרעזידענט טראמפ מיט די דעמאקראטישע קאנגרעס און סענאט פירער אויסצוארבעטן א דיעל – וויבאלד צו באשטעטיגן א בודזשעט ביל דארף מען יא האבן דעמאקראטישע שטיצע, ווייל מ'דארף האבן 60 שטימען, אנדערש ווי שטייער רעפארם וואס ס'פעלט זיך בלויז אויס א מינימאלער רוב. למעשה האבן די דעמאקראטישע פירער, נענסי פעלאסי און טשאק שומער, געמאלדן נעכטן אינדערפרי אז זיי וועלן נישט אפהאלטן די געפלאנטע זיצונג מיט טראמפ, און שומער האט שפעטער ערקלערט אז טראמפ איז נישט געווען אין דער גוסטע צו מאכן א דיעל, און דעריבער וואלט די זיצונג געווען סתם נוצלאז.

בילד: וועמענס שולד וועט זיין דער שאטדאון?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל