די דעמאקראטישע פירער פון די צוויי לעגיסלאטיווע הייזער, טשאק שומער און נענסי פעלאוסי האבן היינט געזאלט אפהאלטן א זיצונג מיט׳ן פרעזידענט און די רעפובליקאנער פירערשאפט אין ווייסן הויז צו פארהאנדלן איבערן בודשעט, אין ליכט פון די דעד-ליין וועלכע קומט יעצט דעצעמבער 8 וואס די רעגירונג וועט מער נישט קענען בארגן געלט אן דעם וואס די געזעצגעבער פאראייניגן זיך צו העכערן די חוב דאך.

אבער פרעזידענט טראמפ האט עטליכע שטונדן פאר די מיטינג ארויסגעשיקט א סעריע טוויטס אין וועלכע ער רייסט אראפ די דעמאקראטן און אז ער וועט ווארשיינליך זיך נישט בייגן צו זייערע פארלאנגען, ״איך טרעף מיך מיט טשאק און נענסי צו רעדן איבער האלטן די רעגירונג אפן, די פראבלעם איז אז זיי ווילן אומלעגאלע אימיגראציע צו פארפלייצן דאס לאנד און זענען שוואך אויף פארברעכן, און ווילן העכערן שטייערן, איך גלייב נישט אז מען קען קומען צו אן אפמאך״ האט דער פרעזידענט געשריבן.

אין רעאקציע צו דעם האבן די דעמאקראטישע פירער ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז ״אנשטאט קומען צום ווייסן הויז פאר א שפיל, וועלן מיר זיך אראפזעצן מיט רעפובליקאנער פירער וואס האלטן ביים אייגנטליך פארהאנדלן פאר די וואוילזיין פונעם לאנד, און אויב דער פרעזידענט איז נישט ערנסט מיט׳ן פארהאנדלען וועלן מיר זוכן צו ארבייטן מיט רעפובליקאנער וועלכע זענען ערנסט מיט טרעפן א לעזונג״

די ווייסע הויז ווארטזאגערין האט געזאגט אז דאס ווייסע הויז באדויערט אז די דעמאקראטן שפילן קינדערישע פאליטיק און אז די טירן פונעם ווייסן הויז בלייבן אפן פאר זיי אויב זיי בארעכענען זיך און טוישן זייער מיינונג. די דעמאקראטן ווילן אז די שיקזאל פון די ״דרימער׳ס״ וועלכע זענען באשיצט אונטער דאק״א זאל פארהאנדלט ווערן יעצט אינאיינעם מיט די בודשעט פארהאנדלונגען.

בילד: דעמאקראטן רופן אפ ווייסע הויז זיצונג נאכדעם וואס טראמפ טוויט דערוועגן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל