פריש-אויפגעדעקטע רעקארדס פון די פליגער רייזעס פון דעם געוועזענעם טראמפ קאמפיין מענעדשער פאול מאנאפאר צייגט אז ער איז געווען אין נאכאנאנדע און אפטע פארבינדונג צו רוסלאנד און צום קרעמלין, נאכמער ווי מען האט געוויסט ביז יעצט, די רעקארדס צייגן איבער 18 רייזעס קיין מאסקעווע, און צענדליגע רייזעס קיין אוקראינע ווי ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר די פרא-רוסישע אפאזיציע וועלכע האט געארבעט קעגן די אינטערעסן פון די פאראייניגטע שטאטן, און לויט באריכטן האט מאנאפארט געארבייט צו אפהאקן אוקראינע פון די נאט״א אליאנץ.

די ״מקלעטשי״ נייעס אגענטור האט דורכגעפירט א דשורנאליסטישע פארש ארבייט אין אוקראינע צו דערגיין וואספארא ראלע מאנאפארט האט געשפילט אין די פרואוון פון רוסלאנד צו אונטערמינעווען די זעלבסשטענדיגקייט פון אוקראינע און וויאזוי ער האט אקטיוו געארבעט פאר וולאדימיר פוטין צו אפהאקן אוקראינע פון די מערב וועלט. די אויפדעקונגען טוט אפווארפן די טענה פון מאנאפארט׳ס אדוואקאטן אז ער האט אדוואקאטירט פאר נענטערע באציאונגען צווישן אוקראינע און אמעריקע, און עס ברענגט פילע עדות׳שאפטן אז ער האט אייגנטליך אקטיוו געארבעט פאר פוטין.

אויספארשער אין די שטאב פון מיולער קוקן אריין אויב די פאקט אז מאנאפארט האט געארבייט פאר די פרא-רוסישע פראקציעס אין קיעוו האט געשפילט א ראלע אין די פאזיציעס וואס די טראמפ קאמפיין האט אפט גענומען וועלכע זענען געווען גענייגט קעגן די יעצטיגע רעגירונג אין אוקראינע, ווי צום ביישפיל די פאקט אז די טראמפ קאמפיין האט ארויסגענומען פון די רעפובליקאנער פלאטפארמע א פארדאמונג קעגן רוסלאנד פאר׳ן אינוואדירן מזרח אוקראינע.

בילד: מאנאפארט׳ס פליגער רייזעס רעקארד צייגט נאכמער פארבינדונג צום קרעמלין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל