א גרענד דשורי אין פעדעראלע געריכט אין פיטסבורג האט געפונען שולדיג 3 כינזערע בירגער אויף גנב׳נען סייבער אינפארמאציע און ווערטפולע וויסנשאפט פון 3 גרויסע אמעריקאנער פירמעס פאר עטליכע יאר נאכאנאנד אנגעהויבן אין 2011, די 3 זענען ארבייטער פאר א סייבער סעקיוריטי פירמע אין כינע וואס פילע גלייבן איז בלויז א דעק מאנטל פאר די כינעזער שפיאנאזש אגענטורן, און אז די כינעזער רעגירונג שטייט אייגנטליך אונטער די אגרעסיווע סייבער שפיאנאזש. די דריי זענען געפונען געווארן שולדיג און פראקורארן וועלן ווארשיינליך ארויפלייגן אויף זיי א אינטערנאציאנאלע ארעסט פארלאנג אויב זיי פארן ארויס פון כינע.

צוריק אין 2014 האט אן אמעריקאנער געריכט באשולדיגט 3 כינעזער מיליטערישע עקספערטן וועלכע האבן געהעקט אמעריקאנער סודות אין דינסט פאר די כינעזער מיליטער, די דעמאלטסדיגע אינצידענט האט געברענגט א קריזיס אין די באציאונגען צווישן אמעריקע און כינע, פרעזידענט אבאמא האט גענומען א גאר שטייפע שטעלונג קעגן כינע, און עווענטועל האבן די צוויי לענדער אונטערגעשריבן א סייבערסעקיוריט אפמאך אונטער וועלכע ביידע לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו זיך צוריקהאלטן פון סייבער שפיאנאזש, אבער עקספערטן זאגן אז אין די לעצטע יאר איז כינע צוריק צום אלטן, און אירע סייבער פארברעכנס זענען געווארן מער אגרעסיוו. ספעציעל ווען עס קומט צו גנב׳נן ביזנעס סודות פון גרויסע אמעריקאנער פירמעס.

בילד: אמעריקאנער געריכט פאראורטיילט 3 כינעזער אויף סייבער פארברעכנס


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל