וואשינגטאן – גרויס דראמא שפילט זיך אפ אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, ווען נעכטן איז געווען דער ערשטער ביזנעס טאג נאכדעם וואס דער דירעקטאר פון די פעדעראלע "קאנסומער פינאנציעלע שוץ ביורא" האט אפגעטרעטן, און א נייער צייטווייליגער דירעקטאר איז געשטעלט געווארן אין פלאץ.

ווער עס איז דער נייער צייטווייליגער דירעקטאר, ווענדט זיך וועמען מען פרעגט: פון איין זייט האט דער ארויסגייענדיגער דירעקטאר ריטשארד קארדרעי געשטעלט זיין געהילף ליענדרא ענגליש אנצופירן די ביורא דערווייל, אבער פון דער אנדערער זייט האט פרעזידענט טראמפ געשטעלט זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני אלס צייטווייליגער דירעקטאר.

קארדרעי האט רעזיגנירט פרייטאג, און דעריבער איז נעכטן מאנטאג געווען דער ערשטער טאג אנדעם וואס ער זאל זיין ביים רעדל, און מען האט געווארט צו זען וויאזוי די סיטואציע וועט זיך אויסקאכן, ווען סיי ענגליש און סיי מולוועיני וועלן אריינקומען צו די ביורא הויפטקווארטירן און זיך אריינזעצן אינעם דירעקטאר'ס אפיס.

למעשה האט ענגליש בלויז געשיקט אן אימעיל צו אלע ביורא איינגעשטעלטע נעכטן אינדערפרי, באגריסנדיג זיי נאכ'ן חאגע וויקענד און אונטערשרייבנדיג זיך אלס "צייטווייליגער דירעקטאר". מולוועיני האט אבער אריינמארשירט אין די הויפטקווארטירן מיט קאנפידענץ און באלד אנגעהויבן א סעריע זיצונגען מיט הויכראנגיקע שטאב באאמטע.

מולוועיני האט געזאגט פאר אלע איינגעשטעלטע אז זיי זאלן איגנארירן אלע אימעילס און אנווייזונגען וואס זיי באקומען פון ענגליש, און טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע האבן געזאגט אז זיי גרייטן זיך אויף א געריכטליכן קאמף מיט ענגליש, נאכדעם וואס זי האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז טראמפ האט נישט די לעגאלע מאכט צו שטעלן א נייעם צייטווייליגן דירעקטאר.

בילד: דראמא אינערהאלב פעדעראלע קאנסומער פינאנציעלע שוץ ביורא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל