וויקאציע אמאל און היינט

פון שאץ מאץ

בילד



וויקאציע אמאל: = משפחה צוזאמען-לעב

איך פראביר צוריק צו דרייען דעם זייגער מיט א גוטע 30 יאר, ווען מיינע קינדערישע זכרונות שווימען ארויף אויפן אויבערפלאך, א זיסע טעם קומט ארויף אין געדאנק, ווען איך דערמאן זיך ווי אזוי די וויקאציע איז אדורך אויף מיר, ניין, מ'איז נישט געפארן אויף 9 וואכן זיך צוטיילט די משפחה לזכר פון רדיפת עשו וועלכע האט געצווינגען דעם זיידן יעקב אבינו מקיים צו זיין דעם ויחץ את העם, דער טאטע איז אין שטאט די גרויסע קינדער אין קעמפ און די מאמע מיט די קליינע זענען אין קאנטרי..., נאר דער טאטע מיט די גאנצע משפחה זענען געפארן פאר עטליכע טעג און צומאל נאר פאר א וואך און אמאל 10 טאג, אויף איין פלאץ און ס'איז געוועהן א אמת'ע משפחה לעבן.

איך געדענק נאך ווי איין יאר האט מען אונז אויפגעוועקט זונטאג פארטאג'ס און מיר זענען אריין אין א טראק (אפשר א גרויסע 15 פאסאנדשיר ווען כ'געדענק אליין נישט, איך בין נישט געוועהן מער ווי 4 יאר אלט) און אזוי איז מען געפארן מיט די גאנצע משפחה אין א דארף ערגעץ נעבן א אידישע קעמפ, אין דעם גרויסן ווען / טרעקל איז געוועהן פלאץ פאר עסן, קליידער, טאטע און מאמע און די גאנצע משפחה, אזוי איז מען געפארן עטליכע שעה און מ'איז אנגעקומען צו אונזער הויז וואס האט געדארפט דינען פאר א וויקאציע היים אויף די קומענדיגע וואך (דאס איז געוועהן נאר איין יאר, די אנדערע יארן זענען מיר געפארן אנדערשט, און אפי' אסאך געבליבן אין שטאט אויך).

די סדר היום פו די משפחה וויקאציע פלעגט זיין בערך אזוי, צופרי איז דער טאטע געפארן דאווענען אינעם שכינות'דיגן קעמפ, נאכן דאווענען און נאכן עסן פרישטאג האט דער טאטע צוזאמען גענומען די יונגלעך און געלערנט אביסל, מ'האט ארויס גענומען איין חומש מיט איין גמרא, און יעדער האט אריין געקוקט אין איין ספר, און אביסל פון אינעווייניג אביסל פון אויסעווייניג האט מען געלערנט חומש, פרשת ואתחנן, עקב, ראה, ביים זעלבן טיש איז געזעסן דער כתה' ב', כתה ד', כתה ו' יונגל, און מ'האט געלערנט אויף איין לעוול.... (היינט הייסט דאס אביוז...) דערנאך האט מען ארויס גענומען א גמ' מס' סוכה און געלערנט, דער כתה ב' יונגל (אני הקטן) האט געזאגט אז איך לערן נאך נישט גמרא, אבער דער טאטע זאגט ס'שאדט נישט מעגסט הערן וויאזוי מ'לערנט גמ', און איך האב זיך צוגעקוקט ווי דער טאטע איז מסביר פאר די גרויסע יונגלעך פון די "ריזיגע" גמרא - הדלה עלי' את הגפן... וויאזוי די בלעטער ציען זיך איבער די סוכה פאר סכך (זעסטו שוין אז דער טאטע איז גערעכט געוועהן והא ראי' איך געדענק עס נאך ביז היינט....).

אזוי מיטאג צייט זענען מיר פארטיג געווארן מיטן לערנען, אין די צייט וואס מיר האבן געלערנט האט די מאמע מיט די מיידלעך צוגעגרייט לאנטש, ארום איינס אזייגער האט מען זיך ארויס געלאזט אויף די יארכע, ווי גייט מען היינט?, היינט גייט מען אין וואלד שפאצירן, יעדער פון אונז האט באקומען א זאק וואס הענגט אויפן רוקן אין ביי יעדן איז געוועהן אנדערע אינהאלט, און ויסעו, מ'וואקט, אריין אין וואלד, מ'מאכט סימנים אויף די ביימער, מ'שרייבט מיט טשאק יעדע פאר שריט, און מ'שפאצירט, דער טאטע די מאמע, אלע ברודער'ס... ארום מיט ביימער און די פיס טרעטן אויף צוריסענע בלעטער, דער דמיון שוועבט, אלע מעשיות פון וועלדער שווימען יעצט ארויף, דער וואגן מיט די רויבער...., דער בעש"ט מיטן וואלד...., דער פארלוירענע איד אינמיטן די נאכט וואס זעהט די שיין ביים עק וואלד....., אלעס זעהט מען יעצט דא עכט, ס'איז יעצט דא א עכטע וואלד, דער טאטע שמועסט מיט אונז געמיטלעך, די מאמע פארציילט, און אלעס איז אזוי מין רואיג און געלאסן, אזוי משפחה'דיג.

נאך בערך 2 שעה שטעלט מען זיך אפ און מ'עפנט די זעק און מ'נעמט ארויס ס'עסן, איינער האט א קאץ אויסצושפרייטן, און ביי איינעם ליגן די סענוויטשע'ס און איינער האט די טרינקען, און איינער האט די קאפ'ס, יעצט, ווי וואשט מען זיך? (די איידיע פון מזונות ברויט איז נאכנישט געוועהן) מ'לאזט זיך ארויס זיכן וואסער, ממש נישט ווייט זעהט מען א וואסער אפלויף און מ'טובל'ט די הענט און מ'מאכט יא די ברכה על נטילת ידים..., מ'עסט צו די זעט, און מ'שמועסט געמיטלעך.

נו, אז ס'איז דא א וואסער אפלויף לאזן זיך די קינדער אהין שנעל נאכן עסן, מ'טוט אויס די שיך, מ'דרייט ארויף די הויזן ביז די קני און מ'נעמט זיך צו די מלאכה, מ'הייבט אן צו ריקן שטיינער אהער און אהין, מיטן ציל צו מאכן א וואסער פאל, מ'גראבט ארויס שטיינער מיט די בלויזע הענט און מ'בויעט דאס אויף איינס אויפן צווייטן, און ווי מ'באמערקט קליינע לעכער צווישן די גרויסע שטיינער פילט מען אן מיט קליינע שטיינער מיט זאמד, אזוי אז ס'זאל ווערן א וואנט, מיין גרויסער ברודער (פון 10 יאר) ער איז געוועהן דער אינדשערניר און מיר קליינע האבן אויסגעפאלגט זיינע באפעלן... ביז מיר האבן באוויזן צו בויען א וואנט אינמיטן דעם וואסער און די וואסער האט זיך אפגעשטעלט און ס'ווערט העכער און העכער און ביז א 15 מינוט איז נתאמת געווארן אונזער חלום מיר האבן א וואסער פאל!, פון די זייטן זיצן טאטע און מאמע און האבן הנאה מיט נחת, (היינט וואלטן עלטערן געמאכט דיגיטאלע פיקטשער'ס אדער זיך גערעגט אז מ'גייט אריין אין וואסער...).

אזוי זענען אדורך די פאר טאג, וואס איך געדענק נאך ביז היינט און ס'ציט א בענקעניש, ניין, מ'איז נישט געגאנגען הוליען אין קיין פארק'ס מיט רייד'ס און סוף טאג געזאגט מעעע ס'איז גארנישט געוועהן קיין פאן, ס'איז געוועהן א צוזאמענלעב פון משפחה מיט נאטור מיט אויסוואקסן די קינדערישע הנאות וועלכע זענען באמת געוועהן געזונט צום דיוועלעפן די חושים,
היינט קומט דאס בכלל נישט אין געדאנק, די ערשטע דאגה וואס א מענטש האט, וואס טו איך מיט מיינע קינדער, ווי לאז איך זיי, ווי ווער איך פטור פון זיי, וועלכע דעי קעמפ האלט זיי דאס מערסטע אוועק פון דער היים, משפחה לעבן איז א פארגאנגענהייט, ס'איז א ווארט וואס איז שיין אויף פאפיר אבער אין ווירקליכן לעבן איז דאס נישטא מער, מענטשן אן געדולד, די איינציגסטע וויקאציע איז ווי מ'קען אראפ נעמען וואס מער פונעם עול וועלכע הויערט אויפן קאפ אגאנץ יאר, דאס אז די גרעסטע פרעשור וואס ליגט אויף רוב ציבור (עכ"פ די ווייבער) דאס מוזן זיין אהער געשטעלט און די אונטועכץ מוז זיין פערפעקט ביי זיך און ביי די קינדער, אט די דאגה פאקט מען גוט איין אין די באקסעס און מ'שלעפט עס מיט אין קאנטרי און מ'לייגט נאך צו עטליכע הוספות צום גאנץ יעריגן שו"ע און דערנאך שטייט מען און מ'וואונדערט זיך ווי איז מיין וויקאציע?.... האלוי, לאז איבער דיין געטשקע פון מוזן זיין אהער געשטעלט און לאז קינדער וואקסן נאטירלעך וועסטו האבן וויקאציע.

איך בין מקנא אידן וועלכע קומען אין קאנטרי, מאטעל, האטעל, פאר עטליכע טעג און זיצן מיט די קינדער אין ביהמ"ד פאר עטליכע שעה און רעכטן אפ בערך אזא סדר היום ווי אויבן דערמאנט, איך גיי אויס ווען איך זעה א טאטע זיצט ביים טיש מיט 4 יונגלעך אלע עידשעס און לערנט פאר א שיעור פאר זיי, אמאל משנה ברורה, און אמאל משניות, ס'איז זיס און בא'טעם'ט.


וויקאציע היינט: א נייע באגריף אין שבת פרה

מיטוואך פארן פארן אין קאנטרי, דאס הויז איז א איבערקער, די באקסאס זענען שוין דרייפערטל פיל, מ'קלעבט, מ'לייגט צו נאך און נאך זאכן וואס קענען אויספעלן אין קאנטרי, אבער די דריי קעמפ'ערס וועלכע פארן אין יונגל / בחורים קעמפ זיי האבן א אייגענע תורה, אלע דריי שטייען מיט ליסטעט און מ'צייכנט יעדע זאך וואס גייט אריין אין באקס, אקעי דאס שוין ערלעדיגט, אינמיטן א געשריי, איינער האט געזעהן מיין נאז קליפ?... דא איז געוועהן א מינוט צוריק, שוין ענדליך נאך בהלות טרעפט מען דאס נאז קליפ, יעדער פאר זיך האט דריי פילע באקסעס וועלכע דארף אנקומען אין קעמפ, סך הכל 9 באקסעס, מיין פלאן איז געוועהן אז דארנארשטאג וועט מען דאס טראגן צום טראק און דערנאך וועל מיר זיך ארויס לאזן אין קאנטרי, און זונטאג ווען די קינדער וועלן אנקומען אין קעמפ פון קאנטרי וועלן זיי טרעפן דארטן זייערע באקסעס, אבער די קינדער האבן געטנה'ט ניין, פרייטאג מוז מען גיין שווימען אין קאנטרי, מ'מוז האבן פארשידענע זאכן פון די באקסעס ממילא מוזן די 9 באקסעס אויך קודם פארן אין קאנטרי און הערשט זונטאג פארן פון קאנטרי צום קעמפ, נמנו וגמרו אז אלע באקסעס פארן קודם אין קאנטרי.

פרייטאג צופרי, כמעט אלע באקסעס זענען אויסגעליידיגט אין באנגעלוי, אלעס ליגט שוין על מכונו, ביי איין ווינקל ליגן 9 באקסעס וואס געהערן צו די קעמפ'ערס, אויספאקן קען מען נישט ווייל זיי פארן דאך אין קעמפ, ליגן זיי יעצט דא אונטער די פיס, יעדע מינוט דערמאנט זיך א אנדערע אז ער וויל עפעס ארויס נעמען פון איינע פון זיינע אייגענע 3 באקסעס, איינער וויל טשעקן צו די פלעש לייט ארבעט, איינער וויל זיכער מאכן אז ער האט טאקע אריין געלייגט די שווים גלעזער, און פרייטאג נאכמיטאג טוט זיך א געשלעפעכץ פון די באקסעס, אלע ניין באקסעס זענען אויפגעריסן, וואס איז? מ'גייט שווימען, אין איין באקס ליגט די שווים הויז אין די צווייטע באקס די גלעזער, אין די דריטע באקס ליגט די נאז קליפ, און מאכט א חשבון 3 מאל 3 איז דאך 9 זענען יעצט אלע 9 באקסעס אפן און איבער געדרייט ווייל ווי פארשטענדליך זענען די אינהאלט וואס מ'זיכט נישט געלעגן פון אויבן פונעם באקס....

ערב שבת פארן זמן, קוים געלינגען די האלב צוריסענע באקסעס ארויף צו לייגן איינס אויפן אנדערן און ריקן צו איין ווינקל פון באנגעלוי, דער באנגעלוי איז לכתחילה נאר פאר א קליינע סייז משפחה (פאר אט די חלק משפחה וועלכע בלייבט דא אגאנץ זומער און פארט נישט אין קעמפ), מ'קען זיך אליין פארשטעלן אז די 9 באקסעס זענען א עכטע לומע אין הויז, קוים וואס מ'מאכט דעם שטוב אויסזעהן שבת'דיג, אבער ווי זאגט דער פסוק? בא שבת בא מנוחה,

שבת זעלבסט איז יעדער געשלאפן פער צוויי אין א בעט, ווייל מיר האבן נאר אזויפיל בעטן וויפיל קינדער ס'וואוינען דא זומער (אן די קעמפ'ערס), ארום די קליינע טיש זיצט דער גאנצע משפחה ביי די סעודה, און יעדע פראבירט צו כאפן א אנדערע אינטש פונעם טיש, בערך ווי אין די קליינע סוכות אויפן פייער עסקעפ, און דאס געדרענג שפירט זיך יעדע מינוט, בנוסף צו די 9 האלב צוריסענע באקסעס וועלכע ליגן ביי עק (ליין אינמיטן) באנגעלוי.

מוצאי שבת, פארשטייט זיך אז במשך דעם שבת האבן אלע דריי קעמפ'ערס אנערקענט אז מיט אזעלכע האלב צוריסענע באקסעס קעם נישט פארן אין קעמפ, מוז מען דאס פריש איבערפאקן, אין יעדן ווינקל איז געזעסן א צווייטער מיט זיינע דריי צוריסענע באקסעס און צוגעלייגט דריי פרישע באקסעס צו קענען אריבער לייגן פון די אלטע צו די נייע, איצט מאכט א חשבון אויב האט יעדער 3 אלטע און דריי נייע איז דאס זעקס באקסעס פאר יעדן נו זעקס מאל 3 איז?.... 18..... יא, אכצן באקסעס ליגן אויסגעשפרייט איבער די באנגעלאוי מוצאי שבת... און ווי בין איך?.... אינדרויסן אויף די פרישע לופט, ווייל אינעווייניג איז יעצט נישטא ווי צו לייגן די פיס, די חברה ארבעטן פלייסיג און מ'פאקט איבער מיט א סדר און יעדע וויילע קוקט מען אריין אינעם קעמפ ליסט וועלכע מ'האט נאך באצייטנס ארויס געכאפט פון וואש מאשין פרייטאג, און מ'מאכט זיכער אז גארנישט פעלט נישט, איין מינוט! ווי איז מיין זייף?, פרייטאג האב איך עס געהאט, ווער האט עס גענומען זאל שוין מודה זיין, קומט דער באפעל מיט א הויעך קול, ענדליך דערמאנט ער זיך אז ער אליין האט עס געלאזט אין מקוה, ער לויפט עס ברענגען פון דארט, בקיצור מ'האט שוין דא ביים פאקן די קעמפ באקסעס צום דריטן מאל.

זונטאג נאכמיטאג, די דריי קעמפ'ער זענען שוין געפארן יעדער מיט זיינע דריי באקסעס, און יעצט איז דא ברייט פלאץ אין באנגעלוי. פששששש אזא הרחבה, דאס דערמאנט מיך פון דעם איד וואס האט געהאט א קליינע דירה און דער רב האט אים געגעבן א עצה אריין צו נעמען דעם קוה פאר א וואך, דער איד לויפט צוריק רבי ס'איז נישט מעגליך מער, ממש די דירה איז מיר אנגעפילט מקצה אל הקצה יעצט מיטן קוה, זאגט דער רבי יעצט ארויס מיטן קוה, אה זאגט דער איד אזא גרויסע דירה ענדליך איז שוין דא פלאץ אביסל....

איצט פארשטייט איר מיינע גוטע פריינד, א נייע באגריץ אין שבת "פרה".... מ'נעמט אריין דעם קוה אין באנגעלאוי, מ'פילט אים מיט די קעמפ קינדער מיט זייערע באקסעס דעם ערשטן שבת אזוי אז נאכדעם ווערט שוין די באנגעלוי ריזיג... אט דאס איז וויקאציע היינט.

אלע לעבעלס

א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוק ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן עקאנאמיע האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא האריקעין סענדי הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט בעווין מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין דע-ליאן קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב