וואשינגטאן – א גרופע אמעריקאנער סענאטארן האבן געשיקט א בריוו צום פרעזידענט פון דער ליטע, בעטנדיג זיך ביי אים אז ער זאל אפשטעלן די פלענער פון פרישע בוי–פראיעקטן ביים ארט וואו עס עקזיסטירט דעם באקאנטער שניפישאקער בית עלמין. ליידער איז קיין זכר פונעם בית החיים שוין נישט פארהאן, זינט עס איז חרוב געווארן אונטער די נאציס און קאמוניסטן, און עטליכע געביידעס זענען שוין זינט דאן אוועקגעשטעלט געווארן – אבער עס ווערט געפלאנט איבערצובויען א גרויסער ספארטס-זאל, וואס געפינט זיך העכער'ן בית החיים. די סענאטארן, בען קארדין, פעט ראבערטס און דזשעימס רייש, האבן געשריבן דעם בריוו, זיך צו בעטן אז מען זאל אפשטעלן די איבערבוי פלענער, און רעספעקטירן דעם אידישן בית החיים.

בילד: די שניפישאקער ביה"ח פארן חורבן

בילד: קאנצערטן און ספארטס בילדינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל