בערלין – די דייטשישע רעגירונג האט מסכים געווען ארויסצוגעבן קומענדיגן יאר פרישע 88 מיליאן דאלאר, צו העלפן דעקן די סאציאלע וועלפעיר קאסטן פון עלטערע איבערלעבער פונעם צווייטן וועלט קריג. דאס הייסט אז אלעס אינאיינעם וועט די דייטשע רעגירונג קומענדיגן יאר צושטעלן 480 מיליאן יורא אין האלאקאוסט איבערלעבער געלטער. אויסער דעם האט דייטשלאנד מסכים געווען אויסצוברייטערן פענסיע געלטער פאר 55 טויזנט האלאקאוסט איבערלעבער, וועלכע וואוינען אין צענטראל אייראפע און אין מזרח אייראפע, און געבן א שאנס פאר אזעלכע וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג אלס גאר קליין קינד, אויך צו געניסן פון די געלטער.
הוסף רשומת תגובה