וואשינגטאן – ווי עס איז געווען ערווארטעט, האבן די דעמאקראטן אין וואשינגטאן נעכטן געעפנט א גרויסע אפענסיווע קעגן פרעזידענט טראמפ'ס סופרים קאורט נאמינירטער ברעט קאוואנאו, זאגנדיג אז זיי וועלן טאן וואס זיי קענען נאר, צו בלאקירן און פארציען די פראצעדורן פון באשטעטיגן קאוואנאו'ס נאמינאציע אינעם סענאט. עקספערטן זאגן אבער אז די דעמאקראטן האבן שוואכע שאנסן דאס צו בלאקירן, ווייל מען ערווארט אז אלע רעפובליקאנער סענאטארן וועלן שטימען פאר אים, און אויסער דעם וועלן זיין עטליכע דעמאקראטן פון רעפובליקאנער סטעיטס – וואס זיי שטייען אויס ווידערוויילונג – וועלכע וועלן זיך אויך צושטעלן.
הוסף רשומת תגובה