וואשינגטאן – אלען דערשאוויץ, דער באקאנטער לאנגיעריגער ליבעראלער לאיער, וועלכער איז אין די לעצטערע מאנאטן פארוואנדלט געווארן אלס איינער פון די גרעסטע פארטיידיגער פון פרעזידענט טראמפ, שרייבט אין א נייעם בוך וואס ער גרייט זיך צו פובליצירן, אז אין פאל קאנגרעס טוט אימפיטשן דעם פרעזידענט, קען דער סופרים קאורט זיך אריינמישן און אנולירן די אימפיטשמענט, צו פארזיכערן אז טראמפ בלייבט אין אמט. דאס קומט פונקט אין דער צייט וואס דעמאקראטן שרייען אז טראמפ האט נאמינירט קאוואנאו צום סופרים קאורט, וויבאלד קאוואנאו האט אפאר יאר צוריק געשריבן א לעגאלע מיינונג, אז פרעזידענטן קענען נישט אויסשטיין קיין שום קרימינאלע אויספארשונגען אדער אנקלאגעס, ווייל זיי זענען צו פארנומען מיט זייער דזשאב.
הוסף רשומת תגובה