וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א ריינוואשונג פארארדענונג, פאר'ן ארעגאן פארמער דווייט העמאנד דזשוניער און זיין זון סטיווען העמאנד. דער קעיס פון די צוויי פארמערס איז געווען נאציאנאלע נייעס מיט צוויי און א האלב יאר צוריק, ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט דער פעדעראלער רעגירונג, אונטער אבאמא, איבער ריזיגע ארעגאן פעלדער וואס איז אונטער די רעגירונג'ס אייגענטום, און די העמאנדס האבן דורכגעפירט ארסאן אויף איינס פון די פעלדער. דער קעיס פון די העמאנדס, האט געברענגט דערצו אז אין יאנואר יאר 2016 האבן קאנסערוואטיווע פארמערס, אונטער דער פירערשאפט פון עמאן באנדי, אקופירט א פעדעראלע רעגירונג אפיס פאר 41 טעג.
הוסף רשומת תגובה