האוואאי – הונדערטער קאנסטרוקציע ארבעטער האבן צוזאמגעשטעלט צוואנציג פראוויזארישע הייזער אין האוואאי, צו העלפן פלאצירן פאמיליעס וועלכע האבן פארלוירן זייערע הייזער אלס רעזולטאט פון די קילאוויא וואולקאן אויפרייס. די הייזער זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין האוואאי קאונטי, וואו וואלונטירן האבן געברענגט די האלץ און אנדערע מאטעריאל, און אויך די קאנסטרוקציע געצייג. אויך האבן די האוואאי נעשאנעל גארד זעלנער זיך געפונען אויפן ארט, און געהאלפן צוזאמשטעלן די הייזער, אריינציען לעקטער און אנדערע צוגעהערן. אלעס אינאיינעם האט שוין די לאווא פונעם קילאוויא וואולקאן, פארברענט ארום זעקס הונדערט הייזער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל