ניו יארק – די ניו יארק סטעיט פאליציי האבן פרייטאג געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן די ספעציעלע "ספיד וואך", ביי וועלכע זיי וועלן שטרענג נעמען דרייווערס וואס פארלעצן ספיד לימיטס. די פאליציי זאגן אז זיי ווילן דערמאנען אז 42 טויזנט מענטשן שטארבן יערליך אלס רעזולטאט פון דרייווערס וואס פארן העכער'ן ספיד לימיט, און מען קען דאס פארמיידן, דורכ'ן זיך האלטן צו די געזעצן און צו די באשטימטע ספיד לימיטס. פאליציי אפיצירן וועלן נוצן סיי פאליציי קארס און סיי באהאלטענע קארס, צו כאפן ספיד פארלעצער, און דער ספעציעלער "ספיד וואך" וועט זיך ענדיגן די וואך מיטוואך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל