וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט באשטעטיגט אן אויסליפערונג פארלאנג וואס די פאנאמא אויטאריטעטן האבן אריינגעגעבן, און אמעריקע וועט אויסליפערן דעם געוועזענעם פאנאמא פרעזידענט ריקארדא מארטינעלי צוריק קיין פאנאמא. מארטינעלי זיצט אין פעדעראלע טורמע אין מיאמי, אויף שפיאנאזש קלאגעס, אבער די רעגירונג אין זיין היימלאנד זוכן אים, וויבאלד ער ווערט באשולדיגט אז ער האט אלס פרעזידענט גענוצט די ארטיגע שפיאנאזש אגענטורן צו שפיאנירן און אויספארשן מער ווי 150 פון זיינע פאליטישע קעגנער. ווי נאר די אויסליפערונג וועט טאקע פארקומען, וועט מארטינעלי אויסשטיין א גרויסן פראצעס אינעם ארטיגן הויפטשטאט פאנאמא סיטי.

בילד: מארטינעלי געזעהן מיט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל