וואשינגטאן – אמעריקאנער רעגירונג באאמטע זענען ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג קעגן כינע, זאגנדיג אז כינעזער רעגירונג העקערס האבן זיך אריינגעכאפט אינעם קאמפיוטער פון א קאנטראקטער וועלכער ארבעט פאר'ן פענטאגאן, און האבן פון יענעמס קאמפיוטער ארויסגעכאפט הויפענעס געהיימע מיליטערישע דאקומענטן. צווישן די סודות וואס זענען געווען אויף די דאקומענטן, איז געווען א פענטאגאן פלאן צו אנטוויקלען א פארגעשריטענע "סופערסאניק" סובמארין מיסיל, וועלכע וועט קענען גאר שנעל און אומגערישט פארניכטן פיינטליכע שיפן און סובמארינען. די אידענטיטעט פונעם קאנטראקטער, וועלכער וואוינט אין ראוד איילענד, איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, און יענער שטייט נישט אויס קיין שום לעגאלע קאנסעקווענצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל