וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדערפרי געשריבן אויף טוויטער, אז ער האט די פולע מאכט זיך צו פארדאנירן פון קרימינאלע קלאגעס וואס וועלן מעגליך ארויסגעשטעלט ווערן קעגן אים דורך ראבערט מוללער, שרייבנדיג אז "פילע לעגאלע עקספערטן" האבן קלאר געזאגט אזוי. טראמפ האט אבער צוגעלייגט, "פארוואס זאל איך דאס אבער טאן, ווען כ'האב בכלל נישט געטאן גארנישט שלעכט?", שרייבנדיג אין א צווייטן מעסעדזש אז די גאנצע מוללער אויספארשונג איז "טאטאל אומקאנסטיטוציאנעל". טראמפ'ס קאמענטארן זענען געקומען נאכדעם וואס זיין לויער רודי זשוליאני האט זונטאג געזאגט ענליכע ווערטער, זאגנדיג אז דער פרעזידענט קען נישט ווערן געקלאגט, אפילו "אויב ער וועט דערמארדן דזשעימס קאומי".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל