שיקאגא – צוויי איינפלוסרייכע דעמאקראטישע פיגורן זענען ארויסגעקומען נעכטן און געזאגט, אז זיי שטיצן פרעזידענט טראמפ'ס פלאן צו פארדאנירן דעם געוועזענעם דעמאקראטישן אילינאי גאווערנאר ראד בלאגאיעוויטש, וועלכער דינט אן אכצן יאריגן טורמע אורטייל פאר'ן וועלן פארקויפן אבאמא'ס ליידיגע סענאט זיץ אין יאר 2008 פאר געלט. געוועזענער אבאמא אטוירני דזשענעראל, עריק האלדער, און אמטירנדער דעמאקראטישער אילינאי סענאטאר, דיק דורבין, זאגן ביידע, אז זיי האבן אייביג באטראכט אז דער אורטייל אויף בלאגאיעוויטש איז געווען אביסל צו שארף, און דעריבער האלטן זיי פונעם געדאנק אז טראמפ זאל שניידן זיין טורמע טערמין, אז ער זאל קענען באפרייט ווערן.

בילד: געוועזענעם דעמאקראטישן אילינאי גאווערנאר ראד בלאגאיעוויטש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל