קוויבעק – נעכטן האט מען געזען פרואוון פון די קאנאדישע און די אמעריקאנער רעגירונגען, צו פארשטילן די אנגעצויגנקייט און שטרייט וואס עס האט זיך אנטוויקלט צווישן די צוויי לענדער, אלס רעזולטאט פון אנגעצויגענע געשפרעכן ביים דזשי-7 סאמיט, וואו טראמפ האט זיך געשלאגן מיט'ן קאנאדישן פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא. פון איין זייט האט טראמפ'ס האנדלס ראטגעבער פּיטער נעווארא נעכטן זיך אנטשולדיגט פאר'ן זאגן אין א זונטאג אינטערוויו אז טרודא באלאנגט אין גיהנום, און פון די אנדערע זייט האט טרודא געזאגט אז ער וויל נישט קאמענטירן אויף די טשעפערייען, נאר זיך קאנצענטרירן אויף דזשאבס און די קאנאדישע עקאנאמיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל