קאבול – דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט מיט עטליכע טעג צוריק געמאלדן, אז זיי האבן באווייזן אז דער איינציגסטער אידישער בית החיים וואס עקזיסטירט אין אפגאניסטאן ווערט שטארק פארשוועכט, דורך פארשוינען וועלכע נוצן עס ליידער אלס אן ארט וואו צו "דאמפן" מיסט הויפנס. די מעלדונג איז געקומען אלס טייל פונעם סטעיט דעפארטמענט'ס יערליכער באריכט איבער "רעליגיע פרייהייט איבער דער וועלט", וואס איז יעצט ארויסגעגעבן געווארן מיט דעטאלן און אפשאצונגען אויפ'ן צושטאנד פון רעליגיע פון פארלאפענעם יאר 2017. דער סטעיט דעפארטמענט באריכט באשטעטיגט אויך אז דער איינציגסטער אפגאנער איד, זבולון סימן-טוב, גייט ווייטער אן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל