אסלא – די נארוועגישע רעגירונג וועט אין די קומענדיגע טעג שיקן אן אפיציעלע ביטע קיין אמעריקע, צו בעטן אז דאס אמעריקאנער מיליטער זאל סטאנציאנירן מער מארין זעלנער אין איר לאנד. לויט א רויטערס באריכט, געפינען זיך יעצט אין נארוועגיע בערך 330 אמעריקאנער מארינס, און נארוועגיע וויל האבן מער ווי טאפלט דערפון, צוליב וואס זי איז ערנסט באזארגט פון רוסישע אגרעסיעס. נארוועגיע איז אויף רוסלאנד'ס מאפע פון אמביציעס צו אינוואדירן און פארכאפן, און די ארטיגע רעגירונג איז באזארגט שוין זינט יאר 14', ווען רוסלאנד האט סוקסעספול פארכאפט קרימיע פון אוקראַינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל