נאך עטליכע יאר פון שטארקע באגרעניצונגען אויף פילאטלאזע דראונס, האט די פעדעראלע אוויאציע אגענטור נעכטן באשטעטיגט א רייע דראון פראגראמען וועלכע וועלן ערלויבט ווערן צו פליען איבער אמעריקע.

ביז יעצט זענען דראונס ערלויבט געווארן נאך בייטאג, און נאר אויב דער קאנטראלירער קען האלטן אן אויג דערויף די גאנצע צייט. אצינד, אונטער די נייע ערלויבענישן, וועלן פארשידענע פירמעס קענען דורכפירן ברייטערע פראגראמען מיט טויזנטער דראונס, נאכ׳ן נאכקומען די געפאדערטע זיכערהייטס מאנסאמען.

ארום צען פירמעס, וועלכע זענען אויסגעוועלט געווארן פון עטליכע הונדערט וועלכע האבן אריינגעגעבן אזעלכע פארלאנגען, האבן באקומען ערלויבעניש צו ווייטער גיין מיט דראון פראגראמען פאר פארשידענע פארש און ביזנעס פראגראמען.

מערקווירדיג איז, אז די אנליין שאפינג ריז, עמעזאן, וועלכע האט אריינגעגעבן א ביטע צו אנהויבן א פראגראם פון אפשיקן ליפערונגען מיט דראונס אין ניו יארק, איז אבער צוריקגעוויזן געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל