דער איראנער אייאטאלע און סופרים פירער, כומעיני, האט נעכטן פארעפנטליכט א בריוו וואס איז געשיקט געווארן פון פרעזידענט טראמפ צו די פירער פון עטליכע אראבישע גאלף לענדער, אין וועלכע ער פאדערט פון זיי מער קאאפעראציע און צוזאמארבעט מיט די פאראייניגטע שטאטן.

ווי כומעיני זאגט, שרייבט טראמפ אינעם בריוו, ״אמעריקע האט פארשווענדעט 6 טריליאן דאלער אינעם מיטל מזרח, און עס איז געקומען די צייט מיר זאלן עפעס באקומען אין אויסטויש פאר דעם״.

כומעיני האט כאראקטיריזירט דעם בריוו אלס א פרואוו פון אמעריקע צו דערנידערן די אראבישע וועלט פירער, זאגנדיג ״אמעריקע האלט די אראבישע לענדער אלס דערנידערטע שקלאפן״.

דאס ווייסע הויז האט נישט אפיציעלע קאמענטירט איבער דעם בריוו, אבער דער ״וואשינגטאן פאוסט״ האט באשטעטיגט פון קוועלער אינעם ווייסן הויז, אז אזא בריוו איז געשיקט געווארן צו סאודי אראביע און נאך עטליכע גאלף לענדער.

לויט די קוועלער אינעם ווייסן הויז, האט דער בריוו זיך באצויגן צו דעם אנגייענדן קאנפליקט צווישן די אראבישע לענדער און קאטאר, און דער פרעזידענט האט געפאדערט פון זיי צו טרעפן א לעזונג דערצו, ווי אויך האט ער פארלאנגט מער מיליטערישע קאאפעראציע אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל