די אמעריקאנער טי-עס-עי רייזע זיכערהייט אגענטור האבן ארויסגעלייגט אן אפיציעלע אנטשולדיגונג פאר נאוודיפ בעינס, דער מיניסטער פאר עקאנאמישע אנטוויקלונג אין קאנאדע, צוליב אן אינצידענט אין וועלכע ער איז באפוילן געווארן צו אויסטאן זיין טורבאן ביים אריבערגיין זיכערהייט אין א לופטפעלד אין דעטרויט.

בעינס איז א גלויביגער 'סיק' פון אינדיאנער אפשטאם און טראגט די פולע רעליגיעזע טראגע, אריינגערעכנט א טורבאן, און דינט אלס הויכראנגיקער מיניסטער אין די קאנאדישע רעגירונג. ער האט אין אן אינטערוויו מיט א קאנאדישע מאגאזין מיטגעטיילט איבער די אינצידענט וואס האט פאסירט מיט עטליכע מאנאטן צוריק, זאגנדיג אז ער האט געשפירט אז ער גייט אריבער באזונדער שווערע אונטערזוכונגען צוליב זיין אויסקוק.

אלס א מיניסטער איז ער בארעכטיגט נישט צו דארפן אריבערגיין די געווענליכע זיכערהייט, אבער בעינס זאגט אז ער נוצט נישט אויס די פריווילעגיע ביים פארן, וויבאלד ער וויל שפירן וואס די געווענליכע רייזנדע גייען אריבער, און זאגט אז ער איז טיף באטראפן געווארן פון די אינצידענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל