איבערמידליכע באמיאונגען דורך דזשערעד קושנער צו צוזאמנברענגען אן אומפארטייאישע קאאליציע צו שטופן פאראויס טורמע רעפארם האט נעכטן געברענגט רעזולטאטן, ווען די קאנגרעס יורידישע קאמיטע האט באשטעטיגט א רייע געזעצן מיט אן אומפארטייאישע מערהייט פון 25 קעגן בלויז 5.
דער ביל, וואס רופט זיך די ״ערשטע שריט״ אקט, שענקט גרויסע געלטער פאר די טורמע סיסטעם אויף פארשידענע פראגראמען וועלכע וועלן העלפן ארעסטאנטן אין טורמע זיך אויסלערנען וויאזוי צו פארבעסערן זייער אויפפירונג, אז זיי זאלן נישט אנקומען נאכאמאל אין טורמע אין די צוקונפט.
אזוי אויך טוט דער ביל געבן א געלעגנהייט פאר ארעסטאנטן צו נאך מער פארקירצערן זייער טורמע טערמין, אויב זיי צייגן גוטע אויפפירונג און באטייליגן זיך אין די פראגראמען, און נאך א רייע פארבעסערונגען צום טורמע סיסטעם.
עס איז דאס ערשטע מאל אונטער די יעצטיגע אדמיניסטראציע וואס רעפובליקאנער און דעמאקראטן פאראייניגן זיך צו דורכפירן לעגיסלאציע, און עקספערטן געבן קרעדיט פאר קושנער, וועלכע ארבייט שוין פאר עטליכע מאנאטן אונטער די קוליסן צו איבערצייגן געזעצגעבער צו שטיצן דעם ביל.
דער ביל, וועלכער פארמאגט אומפארטייאישע שטיצע, איז ערווארטעט צו אריבערגיין לייכטערהייט, און קוועלער ארום קושנער זאגן אז דאס איז בלויז די ערשטע פאזע פון ברייטערע רעפארמען וואס ער וויל אריבערפירן, און ער האט אנגעהויבן מיט דעם וויסנדיג אז די רעפובליקאנער זענען קעגן טורמע רעפארם און דעריבער נעמט ער איין טריט אויף א מאל.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה