אין א פייערדיגער רעדע היינט מאנטאג נאכמיטאג האט פרעמיער נתני' פארגעשטעלט פאר דער וועלט א בינטל באווייזן קלארצושטעלן אז איראנ'ס נוקלעארע פראגראם קומט מיט'ן איינציגן ציל פון ניצן דאס שרעקליכע מאטעריאל פאר מיליטערישע צוועקן.

אין זיין אויפטריט, וואס איז געקומען באגלייט מיט א פרעזענטאציע, האט נתני' אויפגעוויקלט קאפיס פון צענדליגער טויזנטער פיילס, אריינגערעכנט מאפעס, סקיצעס, בילדער, און שטיקלעך ווידעא, וואס זענען ארויסדערווישט געווארן פון א געהיימען נוקלעארן צענטער אין טעהראן.

דער ציל מיט'ן אויפטריט, ווי נתני' האט עס קלאר געמאכט, איז געווען צו ווייזן אז איראן האט ארומגעפירט די וועלט מיט פרעכע שקרים, ווען זי האט אלעמען פארזיכערט ביים אונטערשרייבן דעם 'נוקלעארן אפמאך' מיט געוועזענעם פרעזידענט אבאמא און א צאל אייראפעאישע לענדער.

באציענדיג זיך צו פינקטליכע ציטאטן פון איראנישע פירערס, וועלכע האבן פארזיכערט אז איראן האט קיינמאל נישט געהאט אין פלאן צו אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס, האט נתני' דערקלערט: "די פיילס ווייזן קלאר איבער אז איראן האט געזאגט א פרעכן שקר ווען זי האט גע'טענה'ט אז זי האט קיינמאל נישט געהאט קיין נוקלעארע וואפנס-פראגראם."

די רעדע קומט הארט איידער פרעזידענט טראמפ וועט דארפן מחליט זיין איבער'ן גורל פונעם נוקלאערן אפמאך מיט איראן, וואס דארף לויט'ן געזעץ געברענגט ווערן פאר'ן פרעזידענט אונטערצושרייבן אדער אפצואווארפן יעדע ניינציג טעג. דאס לעצטע מאל האט טראמפ עס אונטערגעשריבן, אבער דערביי אונטערגעשטראכן אז ס'איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט באשטעטיגט דעם אפמאך אינעם יעצטיגן פארמאט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל