די אינערליכע חלקים פון אונזערע קערפער זענען באשיצט דורך אונזער הויט, די הויט איז נישט בלויז אונזער אויסערליכע אויסקוק, נאר דינט אלס קריטישע ״מויער״ צווישן דעם קערפער און די אויסערליכע וועלט מיר אירע באקטעריעס און באצילן.

דעריבער איז היטן אויף א געזונטע הויט נישט בלויז וויכטיג פאר א געזונטע און גוטע אויסקוק, נאר איז קריטיש וויכטיג פאר אונזער אלגעמיינע געזונט, און היטן אויף א געזונטע יונגע הויט מיינט אויך א הויט וועלכע קען אונז באשיצן פון קרענק און באקטעריעס ווי עס דארף צו זיין.

א געזונטע הויט איז א הויט אן קיין שפאלטנס, בלאטערן, און אזוי אויך איר טעמפעראטור איז נישט צו הייס אדער קאלט נאר ווארים.

בילד



די פונקציעס פון די הויט

- די מענשליכע הויט טוט רעגולירן די צאל פליסיגקייטן אין די קערפער, און מאכט זיכער אז אונזער קערפער ווערט נישט אויסגעטרוקענט (די-היידרעישאן)

- עס באשיצט די קערפער פון שעדליכע באצילן און באקטעריעס און אזוי אויך פון שעדליכע און ראדיאקטיווע זון שטראלן

- עס קאנטראלירט די קערפערליכע טעמפארעטור פון ווערן צו הייס אדער צו קאלט.

- די הויט פראדוצירט וויטאמין די וועלכע איז קריטיש וויכטיג פאר געזונטע ביינער און ארגאנען.


די שיכטן פון הויט

די הויט איז איינגעטיילט אין צוויי שיכטן. די אויסערליכע טייל וועלכע רופט זיך די עפי-דערמיס, וואס באשיצט די אינערליכע חלק, דערשפירט קעלט און היץ.

די אונטערשטע טישו וועלכע רופט זיך דערמיס, דארט געפונען זיך וויכטיגע בלוט אדערן, נערוון, און אנדערע מייקרא-ארגאנען וועלכע באשיצן דעם קערפער.

עסנווארג פאר א געזונטע הויט

איינע פון די ערשטע כללים פון א געזונטע הויט איז צו עסן די ריכטיגע עסנווארג, וועלכע פארמאגט די נארהאפטיגע באשטאנדטיילן צו באשיצן די הויט.

פארשידענע עקספערטן שלאגן פאר פארשידענע סארטן דיעטעס פאר א געזונטע הויט, אבער מער ווייניגער זענען אלע איינשטימיג אז וואס מען דארף איז א געזונטע באלאנס פון וויטאמינען און פעטנס, פאלגנד זענען א טייל פון די עסנווארג וועלכע ווערן רעקאמענדירט.

געלע פרוכט און גרינצייג - מייערן, עפריקאט, געלע פאפריקע, זיסע קארטאפל, און אנדערע געלע און אראנזשע פרוכט און גרינצייגט וויבאלד זיי זענען רייך אין וויטאמין עי און סי וועלכע זענען וויכטיג פאר א געזונטע הויט.

פעטע פיש - סעלמאן, מעקרעל, הערינג, און נאך פעטע פיש זענען געזונט פאר׳ן הויט וויבאלד זיי פארמאגן א הויכע קוואנטום פון אמעגע-3 אויל וועלכע האלט די הויט פעט און פייכט, און איז אויך א קוואל פון פראטין און זינק, וועלכע דינען אלס וויכטיגע באשטאנדטייל אין א געזונטע הויט.

אוואקאדא - אוואקאדא איז א גאר געזונטע פרוכט (אדער גרינצייג, געוואנדן וועמען מען פרעגט) וויבאלד עס פארמאגט אסאך געזונטע פעט, און שטודיעס צייגן אז עס פארמאגט אויך באשטאנדטיילן וועלכע באשיצן די הויט פון שעדליכע זון-שטראלן. און עס איז אויך הויעך אין וויטאמין סי און אי.

ניס - אריינלייגן ניסלעך אינעם דיעטע איז גאר ראטזאם פאר א גוטע און געזונטע הויט, דאס נעמט אריין וואלנאט וועלכע פארמאגט געזונטע פעט אריינגערעכנט אמעגא-3 און אמעגא-6. אמעגא-6 איז גאר גוט קעגן הויט אינפעקציעס. אזוי אויך איז געזונט צו עסן סאנפלאוער ניס (פאפיטעס).

בראקאלי - בראקאלי איז א גאר געזונטע גרינצייגט צו אריינלייגן אין א טעגליכע דיעטע צוליב איר הויכע צאל פון וויטאמינען, און שטודיעס צייגן אז א געוויסע באשטאנדטייל אין בראקאלי טוט שטארק רעדוצירן די שאדנס וואס די זון מאכט פאר׳ן הויט. אזוי אויך האבן ענליכע

אזוי אויך ווערן רעקאמענדירט די פאלגנדע עסן אבער מיט א מאס: טאמאטע׳ס, רויטע וויין, גרינע טיי, טונקעלע טשאקאלאד, סויע, בונדלעך און ארבעס. און עס איז ראטזאם צו אויסמיידן צוקער און ווייסע מעהל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל