דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן טוט אין די לעצטע יאר נעמען דראסטישע שריט צו צעמענטירן זיין מאכט און שטארקן זיין פויסט איבער טערקיי, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט לעצטע יאר שמאלערהייט געווינען א רעפערענדום וועלכע שענקט פאר׳ן פרעזידענט גאר ברייטע מאכטן.

אצינד האט ערדאוואן, וועלכער ווערט אפט באשולדיגט דורך אייראפע און די מערב וועלט אז ער פירט איין א דיקטאטורישע רעזשים אין טערקיי, איבעראשט זיין לאנד מיט׳ן פאררופן בליץ שנעלע וואלן קומענדיגן יוני, אין וועלכע טערקן וועלן ערוויילן פארשטייער פאר׳ן פארלאמענט און פרעזידענט.

ערדאוואן וועט לויפן פאר א פרישע טערמין פון 5 יאר, וואס ער איז ערווארטעט צו לייכטערהייט געווינען, נעמענדיג אין באטראכט אז ער האט יעצט נישט קיין ערנסטע קעגנער וויבאלד מער ווייניגער אלע אפאזיציע אקטיוויסטן שמאכטן אין טורמע.

לויט עקספערטן, איז דער ציל פון ארדואן צו אויסנוצן זיין פאפולאריטעט וואס ער האט יעצט אין טערקיי און געווינען נאך 5 יאר, און דעביי וועט ער באקומען די ברייטע אויטאריטעט וואס ער האט געווינען אין די לעצטע רעפערענדום, וואס גייט בלויז אריין אין קראפט נאך די וואלן ווען די פאזיציע פון פרעמיער מיניסטער ווערט אנולירט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל