די נאציאנאלע אסעמבלי אין קובא האט היינט זיך צוזאמגענומען צו נעמען א באשלוס איבער א נאכפאלגער פאר דעם 86 יעריגער פרעזידענט ראול קאסטרא, וועמענ׳ס טערמין ענדיגט זיך מארגן, און ווי עס פירט זיך אין א קאמוניסטישע פארטיי איז בלויז ארויפגעברענגט געווארן איין קאנדידאט פאר די פאזיציע, נעמליך דער 57 יעריגער מיגועל דיאז-קאנעל.

דיאז-קאנעל האט געדינט אלס וויצע פרעזידענט אונטער קאסטרא און ווערט געזען ווי א מעסיגער פירער, וועלכער האט טיילגענומען אין פארשידענע פראגראמען צו רעפארמירן די קובאנער עקאנאמיע און פארבעסערן דיפלאמאטישע באציאונגען.

דערמיט ענדיגט זיך 60 יאר פון די דיקטאטורישע קאסטרא רעזשים און די וועלט קוקט ארויס אז דאס זאל עפענען א נייע קאפיטל פאר׳ן קובאנער פאלק וואס לעכצט פאר פרייהייט, אבער ווי עס שיינט וועט זיך נישט קיין סאך טוישן אין די נאנטע צוקונפט ספעציעל נעמנדיג אין באטראכט אז דאס איז מער א סימבאלישע טויש ווי א פאקטישע רעזשים טויש, וויבאלד קאסטרא און זיינע מענטשן בלייבן ביי די פירערשאפט פון די קאמוניסטישע פארטיי, וואס באדייט אז ער בלייבט דע-פאקטא ביי די פירערשאפט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל