סאודי אראביע זאגט אז זי איז אין געשפרעכן מיט אמעריקע איבער די מעגליכקייט פון שיקן טרופן קיין סיריע נאכדעם וואס די אמעריקאנער קרעפטן ציען זיך ארויס. דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פריער געזאגט, אז ער ערווארטעט פון די לענדער אינעם ראיאן מער בייצושטייערן צו לעזן די סיטואציע אין סיריע.

דער סאודיער שוץ מיניסטער זאגט אז סאודי אראביע האט שוין אנגעבאטן אונטער די אבאמא אדמינסטראציע צו העלפן מיט די אפעראציעס אין סיריע, אבער די אבאמא אדמינסטראציע האט צוריקגעוויזן דעם פארשלאג, און אצינד איז די טראמפ אדמינינסטראציע אינטערסירט צו קאלאבערירן מיט די סאודיער צו איבערנעמען די אמעריקאנער קרעפטן, הויפטזעכליך צו איינצוימען די איראנער מיליציעס אין סיריע.

דאס פאלגט נאך א באריכט אינעם ״וואל סטריט זשורנאל״ אז דער נארוואס נאמינירטער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן הויפט גענעראל פון עגיפטן, איבער דער מעגליכקייט פון א פאראייניגטע אראבישע ארמיי וועלכע זאל אריינגיין אין סיריע צו דינען אלס א קאנטער קראפט צו איראן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל