קאליפארניע – צוויי אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך ביי א באזע אין קענטאקי, זייענדיג די פערטע מיליטערישע אינצידענט מיט פאטאליטעטן אין ווייניגער ווי א וואך. דער פרישער אינצידענט האט פאסירט ביי דער פארט קעמפבעל באזע אין קענטאקי, וואו די צוויי זעלנער האבן דורכגעפירט א רוטינע טרענירונג, ווען דער העליקאפטער האט אראפגעקראכט אויף א ליידיגן פעלד, און ביידע זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט. גענעראל טאד רויער האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז עס איז א טרויעריגער טאג פאר דער פארט קעמפבעל באזע, און אויך פאר דעם גאנצן אמעריקאנער מיליטער, און דער פענטאגאן האט געזאגט אז זי וועט אויספארשן די לעצטע סעריע אינצידענטן, אריינגערעכנט פאריגן דינסטאג ווען פיר מארינען זענען געשטארבן ביי א העליקאפטער קראך אין קאליפארניע.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל