סאוט דעקאטע – עס שטעלט זיך ארויס אז דער מאסיווער אויל ליעק פון די קיסטאון אויל פייפליין פארגאנגענעם נאוועמבער, איז עכט געווען פיל ערגער ווי עס איז אריגינעל באריכטעט געווארן. דער אויל ליעק האט פאסירט אין סאוט דעקאטע, ביים קיסטאון פייפליין וועלכע איז געווען א נאציאנאלע קאנטראווערסיע בשעת עס איז געבויעט געווארן, און די אנטי-פייפליין אקטיוויסטן האבן גענוצט דעם ליעק צו צייגן ווי געפארפול דער פייפליין איז. אריגינעל האט די פירמע וואס פירט דעם פייפליין געזאגט, אז עס האט זיך ארויסגעגאסן ארום פינף טויזנט פעסלעך אויל אלס רעזולטאט פון די ליעק, אבער טראנס-קאנאדע, וועלכע האט געהאלפן בויען דעם קיסטאון פייפליין, האט היינט געזאגט אז ענדגילטיגע שאצונגען האבן געצייגט אז ס'האט זיך ארויסגעגאסן נאענט צו צען טויזנט פעסלעך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל