ניו יארק – פילאטן פאר דער העליקאפטער פירמע וואס זייער העליקאפטער האט אראפגעקראכט אינעם איסט ריווער מיט א חודש צוריק, האבן שוין א לאנגע צייט צוריק געווארנט די פירמע איבער פארשידענע פראבלעמען. צווישן די זאכן וואס די פילאטן האבן זיך באקלאגט פאר "ליבערטי העליקאפטערס", איז געווען דער פאקט אז עס זענען דא ערנסטע זיכערהייט פראבלעמען אויף די העליקאפטערס, אריינגערעכנט אז די סיטבעלטס קענען זיך פארהאנקערן און ס'ווערט שווער פאר פאסאזשירן זיך ארויסצוזען דערפון. דאס קומט נאכדעם וואס 5 פאסאזשירן זענען אומגעקומען מיט אפאר וואכן צוריק, בשעת אזא העליקאפטער האט געקראכט אינעם איסט ריווער טייך, און די פאסאזשירן זענען פארכאפט געווארן אין די סיטבעלטס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל