וואשינגטאן – פרייטאג נאכמיטאג האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן דעם 1.3 טריליאן דאלארדיגן שפענדונג ביל, וואס קאנגרעס און סענאט האבן באשטעטיגט דורכאויס דאנערשטאג, און מיט טראמפ'ס אונטערשריפט איז פארמיטן געווארן א רעגירונג שאטדאון, וועלכע וואלט אריין אין אפעקט פרייטאג ביינאכט. מיט'ן ביל איז פארזיכערט אז א שאטדאון וועט נישט פאסירן אמווייניגסטנס ביז ענדע סעפטעמבער.

טראמפ'ס אונטערשריפט איז געקומען נאך עטליכע כאאטישע שטונדן אין וואשינגטאן, ווען מען האט זיך אויפגעוועקט פרייטאג אינדערפרי און טראמפ האט געהאט ארויסגעשיקט א פרישן מעסעדזש, אז ער קלערט צו וועטאאירן דעם ביל, טראץ וואס זיינע ראטגעבער האבן דאנערשטאג פארזיכערט אז ער וועט עס אונטערשרייבן.

נאכ'ן אונטערשרייבן דעם 1.3 טריליאן דאלארדיגן ביל, וועלכע אנטהאלט גרויסע סומעס געלטער פאר זיין גרעניץ וואנט און צו פארגרעסערן דאס מיליטער, האט טראמפ געגעבן א קורצן סטעיטמענט אין ווייסן הויז פרעסע צימער, וואו ער האט געזאגט אז ער האט עס טאקע אונטערגעשריבן, אבער ער איז זייער נישט צופרידן דערפון, און ער וועט מער קיינמאל נישט אונטערשרייבן אזא סארט ביל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל