פאריז – ווידעראמאל איז פראנקרייך אויפגעטרייסלט געווארן פון אן איסלאמיסטישער טעראר אטאקע, ווען א באוואפנטער פארשוין האט אומגעברענגט דריי מענטשן אין א משכונות אטאקע. דער אינצידענט האט פאסירט אין דער שטאט טרעב, וואו דער טעראריסט, אידענטיפיצירט אלס ראדואן לאקדים, האט צום ערשט אומגעברענגט עמיצן ביים רויבן א קאר. דערנאך האט ער זיך אפגעשטעלט נעבן א גרופע פאליציי אפיצירן און געעפנט פייער אויף זיי, פארוואונדענדיג איין אפיציר, בעפאר'ן אוועקפליען פונעם ארט, און פארכאפן מענטשן אלס משכונות אין אן ארטיגן סופערמארקעט. דארטן האט ער אומגעברענגט צוויי אנדערע, און פילע האבן באוויזן זיך צו ראטעווען דורכ'ן זיך באהאלטן אין א פריזער. די פאליציי האבן דאן געשטורעמט דאס ארט און אומגעברענגט דעם טעראריסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל