אזיע – די אמעריקאנער נעווי האט געשיקט א שארפן און קלארן מעסעדזש פאר כינע, מיט דעם וואס אן אמעריקאנער דעסטרויער שיף איז דורכגעפארן ווייניגער ווי צוועלף מייל ווייט פון "מיסטשיף ריעף", א קליינע מענטשליך-געבויטע אינזל וואס די כינעזער האבן אוועקגעשטעלט אינעם דרום כינע ים און זיך דערקלערט אלס בעלי בתים פון יענער טעריטאריע. כינע איז פארמישט אין א געפעכט מיט אנדערע לענדער אינעם ראיאן, איבער אייגנטימערשאפט אויפן דרום כינע ים, און אין די לעצטע פאר יאר האט זי פארכאפט קאנטראל פון פילע פון די דארטיגע קליינע אינזלען. דאס דורכפארן פון דער אמעריקאנער "יו-עס-עס מאסטין" דעסטרויער שיף, איז געווען צו שיקן א מעסעדזש, אז כינע זאל אמווייניגסטנס נישט בלאקירן קיין שום אינטערנאציאנאלע שיפן פון דורכפארן אינעם ראיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל