ראמעניע – ווי באריכטעט מיט עטליכע טעג צוריק, קומט פאר א לעגאלע מאדנע געפעכט אין בוקארעסט, ראמעניע, וואו א "טויטער" טענה'ט זיך מיט די לאקאלע אויטאריטעטן, אז ער איז ווירקליך נישט טויט. ווי באריכטעט דאן, איז די רעדע פון קאנסטאנטין רעליא, וועלכער האט די לעצטע צוואנציג יאר געארבעט אלס א קעכער אין טערקיי, און ער האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק אומגעקערט אהיים קיין ראמעניע, וואו ער האט געהערט אז זיין פאמיליע האט אים איינגעגעבן אפיציעל אלס טויט. עס עקזיסטירט א לעגאלע "טויט-שיין" דאקומענט מיט זיין אידענטיטעט, און דעריבער האט ער שוועריגקייטן צו קויפן א הויז, דינגען א קאר, וכו'. ער האט געקלאגט די אויטאריטעטן, און אצינד האבן זיי זיך געבראכן און מסכים געווען אים כאטש צוריקצוגעבן דרייווערס לייסענס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל