לאנדאן – ווער עס האט שוין ליידער געדארפט צוקומען דערצו, אדער געזען א פאמיליע מיטגליד דאס דורכגיין, ווייסט אז צו דארפן מאכן א "סקען" אויפ'ן מח, איז ווייט פון א באקוועמליכקייט. דער גרויסער עם-אר-איי מאשין איז א שרעקעדיגע כלי, אין וועלכע מען ווערט אריינגעשטעלט פאר א לענגערע צייט, אן דעם וואס מ'זאל זיך מעגן א ריר געבן, און פאר פילע מענטשן איז דאס זיין פארכאפט אין אזא מאשין א גרויסע טראמא, אין צוגאב צום מער ערנסטן געזונטהייט פראבלעם וואס פלאגט. אצינד האבן סייענטיסטן אינעם לאנדאן קאלעדזש אוניווערסיטעט באוויזן א גרויסן דורכברוך, מיט'ן ערפונדן א ספעציעלן "העלמעט", וואס מען קען אנטאן אויפן קאפ, אנשטאט דארפן זיך אריינלייגן אינעם מאשין, און אויך קען מען זיך געהעריג באוועגן בשעת דער סקען ווערט דורכגעפירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל