די טראמפ-אדמיניסטראציע האט באשלאסן אפצולייגן די לאנג-דערווארטעטע אנאנסירונג פון דעם שלום-פלאן צווישן מדינת ישראל און די אראבערס, נאך דעם וואס די פאלעסטינער אויטאריטעט האט זיך אפגעזאגט פון קאאפערירן מיט'ן פרעזידענט.

דער באריכט, וואס איז געמאלדן געווארן אין אן אראבישער צייטונג אין לאנדאן, שטיצט זיך אויף אינפארמאציע פון א הויכראנגיגן באאמטן אין דער פאלעסטינער אויטאריטעט, וועלכער האט אויך דערציילט אז טראמפ האט אויך פרובירט אויסקרויזן מאכמוד אבאס, וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון מיטארבעטן מיט'ן שלום-פלאן, און פירן די פארהאנדלונגען דורך אנדערע אראבישע לענדער, אבער קיין שום אראביש לאנד איז נישט גרייט געווען דערויף.

דיפלאמאטישע מערב-וועלט קוואלן האבן באשטעטיגט דעם באריכט, אנווייזנדיג אז נאך אלע באמיאונגען איז פרעזידענט טראמפ געקומען צו דער איינזעעניש אז די פאלעסטינער אראבער זענען נישט גרייט צו אקצעפטירן דעם שלום, און האט דערפאר באשלאסן אפצולייגן דאס מעלדן דערוועגן אויף א שפעטערדיגער צייט.

מאנכע שפעקולירן, אז טראמפ ווארט אז דער יעצטיגער פאלעסטינער אויטאריטעט פארזיצער, מאכמוד אבאס, וועלכער געפינט זיך אין שוואכן געזונט צושטאנד זאל ערזעצט ווערן מיט א צווייטן, וועלכער וועט האפנטליך זיין מער פראגראמיש און יא פרובירן אויסארבעטן אן אפמאך.

א פאלעסטינער-אראבישער קוואל האט אנגעגעבן טראמפ'ס אנערקענונג פון ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל אלס אויסרייד פאר'ן באיקאטירן דעם שלום.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל