דריי-טויזנט פאמיליעס וואס וואוינען אינעם 'קינגס טאוער' דירה פראיעקט אין הארלעם האבן זיך געטראפן אין דער קעלט דורכאויס דעם נעכטיגן שניי-שטורעם, נאך וואס וואס א באילער איז קאליע געווארן.

צען געביידעס פון דעם קאמפלעקס זענען אפעקטירט געווארן פון דעם צעבראכענעם באילער, וואס איז געגאנגען פייפן נעכטן אינדערפרי.

דאס איז דער לעצטער אין א סעריע אזעלכע פראבלעמען אין די שטאטישע דירה-פראיעקטן, וואס זענען געפלאגט פון פארעלטערטער אינספאסטרוקטור און איינריכטונגען.

מעיאר דעבלאזיא האט פארזיכערט אז דער שטאטישער בודזשעט האט געווידמעט א באדייטנדן סכום געלט פאר דער פאררעכטונגס-ארבעט, אבער טענה'ט אז די סטעיט, וואס האט זיך אונטערגענומען צו דעקן טייל פון די קאסטן, האט דערווייל נישט בייגעשטייערט קיין פרוטה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post