דער קאלענדער טענה'ט אז פרילינג איז נעכטן אנגעקומען, אבער דער ווינטער האט זיך צו באקוועם געמאכט און ניו יארק סיטי איז נעכטן באפאלן געווארן פון א פרישער זאווערוכע, די פערטע אזא אין בלויז די לעצטע דריי וואכן.

פון פינף ביז זיבן אינטשעס שניי האבן באדעקט די שטאטישע גאסן, וואס איז ווייניגער ווי פאראויסגעשאצט, אבער דער פאלנדער שניי איז געקומען באגלייט מיט ווילדע ווינטן וואס האבן געטריבן די ווייסע שטויבלעך מיט א קראפט פון פערציג מייל-פער-שעה.

גאווערנאר קאומא האט דערקלערט אן אויסנאמס צושטאנד אויף גאנצן ניו יארק סיטי און די ארומיגע געגנטן, און אפגעשיקט דריי-הונדערט נעשאנעל גארד מיטגלידערס צו העלפן די באטראפענע געגנטן.

קאומא האט אויך געזאגט אז ער האט אנגעוויזן די יוטיליטי-פירמעס זיך צוצוגרייטן בעסער ווי ביי די פארגאנגענע שטורעמס, ווען די קאמפאניס האבן אנגעבליך זיך אונטערגעפוילט מיט די הכנות צום שטורעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל