אין א צייכן פון א פארשארפונג אינעם קאנפליקט צווישן די צוויי אראבישע פראקציעס, האט אן אנגעשטעלטער אין דער כאמאס טעראר-גרופע אראפגעריסן דעם פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט אלס "אומלעגיטימער פירער", וועלכער האט "פארכאפט די מאכט" פון די פאלעסטינער אראבער.

"אבאס' טערמין איז אפגעלאפן אין 09'," האט אכמאד באכאר געזאגט אין אן אינטערוויו מיט אן ארטיגער צייטונג, און אויסגעפירט אז אבאס האט פארכאפט די מאכט און זיצט אויף דער פאזיציע אומגעזעצליך.

מאכמוד אבאס איז אויסדערוועלט געווארן אלס פארזיצער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט אין 05' אויף א פיר-יעריגן טערמין, אבער האט אפגעזאגט צו פאררופן וואלן זינט דעמאלט און אנקעטעס צווישן דער ארטיגער אראבישער באפעלקערונג גיט אים זייער אומגינסטיגע ציפערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל