די רוסישע שוץ מיניסטעריום האט באשטעטיגט א באריכט אז א רוסישער טראנספארט פליגער מיט 26 רייזנדע און 6 מאנשאפט האט אראפגעקראכט העכער א רוסישע מיליטערישע באזע אין סיריע, און אלע אויפ׳ן פליגער זענען אומגעקומען, אינעם מעלדונג זאגט די רוסישער רעגירונג אז ווי עס שיינט איז די אורזאך פונעם קראך געווען טעכנישע פראבלעמען.

דאס איז נישט דאס ערשטע אינצידענט אין וועלכע א רוסישע פליגער קראכט אין סיריע, אין דעצעמבער 2016 האט א פליגער מיט מיליטערישע פערסאנעל געקראכט זייענדיג אויפ׳ן וועג קיין סיריע און אומגעברענגט 92 רייזנדע.

עס איז אומקלאר וויפיל רוסן זענען שוין געפאלן אין רוסלאנד, און מאנכע שאצן אין די פילע הונדערטער, אבער די קרעמעלין זוכט צו מינימיזרן די צאל פאטאליטעטן אויס זארג אז עס וועט שאטן פאר די פאפולאריעטעט פון פוטין וועלכע האט שוין געזאגט אז רוסלאנד וועט זיך ארויסציען פון סיריע ביז קומעדיגע דעצעמבער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל