דער פרעזידענט האט היינט געעפנט זיין טעגליכע רוטין מיט א טוויטער בליץ אין וועלכע ער האט אראפגעריסן די מידיע פאר׳ן אראפמאלן א בילד אז עס קומט פאר כאאס אינעם ווייסן הויז, שרייבנדיג ״די פעיק ניוז נאראטיוו אז עס קומט פאר כאאס אינעם ווייסן הויז איז פאלש! מענטשן וועלן אלעמאל קומען און גיין, און איך זוך אייביג א שטארקע דיאלאג פאר׳ן מאכן א באשלוס, עס זענען דא נאך מענטשן וואס איך וויל טוישן, דאס איז נישט קיין כאאס, נאר מאסיווע ענערגיע״.

דער פרעזידענט האט דערמיט זיך באצויגן צו די פאקט אז אין די לעצטע וואך האט האופ היקס רעזיגנירט פון אמט, און דאס ווייסע הויז האט דערמיט פארלוירן נאך א געטרייע שטאב מיטגליד וואס איז געווען מיט טראמפ פון אנהויב פונעם קאמפיין, און דערמיט זיך אנגעשלאסן אין איבער 20 ווייסע שטאב מיטגלידער וועלכע זענען שוין געפלויגן אדער זיך אפגעזאגט פון אנהויב פון דעם פרעזידענטליכן טערמין.

דער פרעזידענט האט מיט דעם טוויט טיילווייז באשטעטיגט קלאנגען אז ער זוכט צו פטור ווערן פון פארשידענע פיגורן אין די אדמינסטראציע, דאס נעמט אריין דעם נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער מ׳קמעסטער, און דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנסן, און לעצטנס הערט מען אויך אז ער זוכט א וועג צו אהיימשיקן זיין טאכטער איוואנקע און איר מאן דשערעד קושנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל